top of page

ווי אזוי ארבעט עס?

ערקלערונג איבער 'עין הרע' אָפּשפּרעכונג און זיין ווירקונג.

בליי-גיסן פראצעדור

הכנות:

א שטיק פון בליי ווערט צולאָזט אין א טאָפּ אויפ'ן פייער.

One

תפילה:

בשעת די בליי צולאָזט זיך, ווערט געזאגט א ספעציפישע תפילה מעורר צו זיין שמירה עליונה וואס זאל זיך קעגנשטעלן אלע שלעכטע כוחות.

Two

גיסונג:

די צולאָזטע בליי ווערט אריינגעגאָסן אין א טאָפּ מיט קאלטע וואסער איבער דעם קאָפּ פונ'ם מענטש וואס איז איבערגעדעקט מיט א ליילעך. 

Three

אָפּשייד:

די צורות וואס פאָרמען זיך דורך די צובראכענע שטיקלעך בליי ווערן באקוקט און שטודירט. עקן וואס שטארצן ארויס ווערן באטראכט ווי אויגן, א סימן פון 'עין הרע', ווען אנדערע ערליי צורות ווייזן מעגליך אויף צוקונפטיגע געשעענישן ווי שמחה א.א.וו.    

Four

הרב רייכבערג וועט געווענליך דורכפירן דאס בליי-גיסן פראצעדור עטליכע מאל, בדרך כלל דריי מאל, אבער אויב דער 'עין הרע' איז ביי דאן נאכנישט אָפּגעשפּראָכן וועט ער עס איבערטוען נאכאמאל און נאכאמאל ביז די רעזולטאטן וועלן זיין גענצליך לטובה. דער מאקסימום צאל בליי-גיסן וואס ער האט אמאל געדארפט טוען פאר א קליענט איז זעקס מאל.

אנדערע סערוויסעס:

אינפארמאציע איבער דער פדיון של הרש"ש און אנדערע רוחניות'דיגע סערוויסעס ווערן צוגעשטעלט דורך הרב רייכבערג און זיין פרוי.

פארבינדט אייך

 ישר כח

עין בעין

:טעלעפאן

718-400-AYIN

bottom of page